מארק טוויין

פֿון װיקיפּעדיע
דער שרייבער מארק טוויין
Mark Twain (1909)

סאמיועל לאנגהארן קלעמענס (ענגליש: Samuel Langhorne Clemens), באקאנט מיט זיין פסעוודאנים מארק טוויין (Mark Twain;‏ 30סטן נאוועמבער 1835 - 21סטן אפריל 1910), איז געווען אן אמעריקאנער שרייבער.

ער איז געווען פריער א דרוקער און דערנאך א פילאט פון שיפן אויפן מיסיסיפי טייך.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טוויין איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל פלארידע אינעם שטאַט מיזורי, פאראייניגטע שטאטן, דאס פינפטער קינד פונעם אדוואקאט דזשאן מארשל און דזשיין לאמפטאן קלעמענס.